פלאזמע
מראה
![](http://chped.net/https/upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/8/89/Plasma-lamp.jpg/250px-Plasma-lamp.jpg)
פלאַזמע איז איינער פון די פיר צושטאנדן פון מאטעריע; די אנדערע דריי זענען סאלידן, פליסיקייטן און גאזן. אזוי ווי די אנדערע דריי זענען מער באקאנט, ווערט פלאזמע גערופן דעם פערטן צושטאנד פון מאטעריע. מען שאפט א פלאזמע פון א גאז דורך אריינגעבן אסאך ענערגיע, ביז די מאלעקולן און אטאמען ווערן יאניזירט אויף יאנען, מיט א פאזיטיווער לאדונג, און עלעקטראנען, מיט א נעגאטיווער לאדונג. ווען א פלאזמע קילט זיך אפ, צוהעפטן זיך צוריק אויף א גאז. די אנגעלאדענע טיילכעלן אין א פלאזמע רעאגירן שטארק צו עלעקטראמאגנעטישע פעלדער.