לדלג לתוכן

הערשל וועבער

פֿון װיקיפּעדיע

הערשל וועבער איז דער גרינדער פון הצלה, אן ארגאניזאציע פאר מעדיצינישער הילף וואס געפינט זיך אין אלע שטעט וואו פרומע יידן וואוינען.

הערשל וועבער איז געווען א סקולענער חסיד, וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, ברוקלין. אין די תש"ך יארן האט ער אויפגעשטעלט חברה הצלה, וואס גיט ערשטע מעדיצינישע הילף אין א נויטפאל. ער האט פינאנצירט אויך א הכנסת אורחים שטיבל און מירון ווי מען קען באקומען אש"ל 365 טעג א יאר.