לדלג לתוכן

דזשעז

פֿון װיקיפּעדיע

דזשעז איז א מוזיק זשאנער וואס שטאמט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. דזשעז האט עלעמענטן פון אפריקאנער־אמעריקאנער מוזיק און אייראפעאישער מוזיק.

די אינסטרומענטן וואס מען שפילט אין דזשעז זענען דער סאקסאפאן, דער טרומייט, די פיאנע, דער קאנטראבאס און פויקן.

איינער פון די הויפט עלעמענטן אין דזשעז איז אימפראוויזאציע, וואס דאס באדייט א געוויסע מהלך פון שפילן, דהיינו אז דער שפילער קומט אויף מיט א געדרייטע קאמפליצירטע מעלאדיע וואס לויפט ארום א געוויסער קאמבינאציע פון קארדס, וואס ווערט אנגערופן א פראגרעסיע.

אין די סוף 1980ער און די אנהייב 1990ער יאר האט דזשעז שטארק באאיינפלוסט היפ האפ.

עטימאלאגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גענוי פון וואנעט שטאט דאסט ווארט "דזשעז" ווייס מען נישט. דאס ווארט האט מען געניצט צומערשט אין 1912 אויפן מערב בארטן פון אמעריקע.