אמאזאן (פירמע)
מראה
עמעזאן (ענגליש: Amazon) איז אן אמעריקאנער טעכנאלאגישע פירמע, וואס איז באזירט אין סיאטעל, וואשינגטאן, און איז איינס פון די גרעסטע פירמעס אין דער וועלט, מיט א וועבזייטל וואו מענטשן קויפן און פארקויפן פראדוקטן אויף זייער וועבזייטל.
די פירמע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
![](http://chped.net/https/upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/a/a9/Amazon_logo.svg/220px-Amazon_logo.svg.png)
די פירמע איז געגרינדעט געווארן דורך דזשעף בעזאס, אין דער גאראדזש פון זיין הויז אין בעלוויו, וואשינגטאן, אום 5טן יולי, 1994.
אריגינעל האט זיין פירמע בלויז פארקויפט ביכער; אבער מיט די צייט האט ער אנגעהויבן פארקויפן עלעקטראניקס, ווייכווארג, מעבל, שפילצייג, צירונג און וואס ער האט נאר געקענט.
עמעזאן איז אין א קורצע צייט אפשניט פון עטליכע יאר געווארן די מערסט ווערטפולע פירמע אין די פאראייניגטע שטאטן, און די גרעסטע אינטערנעט פירמע אין דער וועלט.